0:00
00:00
zvon.top
Моя музыка
Войдите через соцсеть и сохраняйте любимые песни и сборники в одном месте!
Главная / Трек Gevolt - Zog Nit Keyn Mol

Gevolt — Zog Nit Keyn Mol

Текст песни: Zog Nit Keyn Mol

זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט - מיר זײַנען דאָ

פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי
און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט

עס וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט
און דער נעכטן װעט פֿאַרשװינדן מיטן פֿײַנט
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ
ס'איז ניט קײן לידל פֿון אַ פֿױגל אױף דער פֿרײַ
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט
Треки исполнителя